!ברוכים הבּאָים

YAANA
ברענגט צונױף װיסנשאַפֿטלערס, קינסטלערס, אַקטיװיסטן און אַלע װער
נאָרע עס פֿאַראינטערעסירט זיך מיט ייִדיש. אָט איז אונדזערע שליחות׃
אױסצוברײטערן די װיסיקײט פֿון דער שײנקײַט און פֿרײד פֿון יִידישקײַט
און, װײַטער, אױפֿצוהיטן און אַװאַנסירטן די יִידישע שפּראַך און קולטור
.דאָ אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן און אױך אױף דער גאַנצער װעלט

YAANA
באָט אָן שפּראַך־קלאַסן, טעאַטער און לידער װאַרשטאַטן, לעקציעס און
ייִדיש יום־טיבֿ־דיקע שׂימחות װאַס זײַנען צוגעפּאַסט צו דער גאַנצער
משׂפּוחה. מיר האָבן אונדזערע װאָרצלען דאָ אין סאַן דיעגאָן קהילה װי
אױך אין די פֿאַרגרעסערע אַמעריקאַנע און אינטערנאַציאָנאַלע קהילות.
אונדזער װאַקסנדיקע קאָלעקטיװ דערציט און פֿאַרװײַלט סײַ װירטועל סײַ
.פּנים־אַל־פּנים

YAANA
איז שױן אַ באַגלײבט און פּאָפּולאַר אָרט װוּ זיך צו לערנען און פֿאַרנעמען
זיך מיט ייִדיש. די געאָגראַפֿישע הײם פֿון
YAANA
װעט זײַן ייִדיש־לאַנד – אַן אײַנטונקענע, שטעטל־אינספּירירטע,
פֿיל־דורותדיקע װױן־ק הולה סײַ פֿאַר ייִדיש־רעדערס סײַ די װאָס רעדן
ניט יִייִדיש. ייִדיש־לאַנד װעט געבן אַן אַן כּוללדיקע ייִדיש־איבערלעבונג
פֿאַר היגע און אינטערנאַציאָנאַלע געסט פֿון אַלע עלטערס און סבֿיבֿות.
ייִדיש־לאַנד װעט האָבן װױנונגען װי אױך אַ לעבעדיק מוזײ. אױף אַ
נאָװאַטאָריש אױפֿן,װעט דער מוזײ לערנען די געשיכטע פֿון שטעטלעך
(קלײנע ייִדישע דערפֿער װאָס געפֿינען זיך אין מיזרח־אײראָפּע) װי אױך
מחיה־מתים זײַן די קולטורעלע ירושה פֿון דער ייִדיש־רעדענדיקער
קאַליפֿאָרניע. ייִדיש־לאַנד װעט אױך האָבן אַן אַכסניאַ מיט פּרײַזן פֿאַר יעדער קעשענע, ד”ה אַז ייִדיש־לאַנד װעט זײַן צוטריטלעך פֿאַר אַלע ייִדיש
.ליבהאָבער, װאָס זײַן פֿינאַנציעלע מצבֿ זאָל ניט זײַן